שרעקליכע קאראנע לאגע אין אינדיע

נאך עטליכע טעג וואס די קאוויד-ראטעס זענען עטוואס געפאלן, און אריינגעגעבן אפטאמיסטישע געפילן אין די אינדיאנער פאלק, זענען אבער די לעצטע צוויי טעג געווען שרעקליכע, און די היינטיגע נומערן זענען געווען די העכסטע וואס אינדיע האט נאר געהאט פון ווען די ווירוס איז אהין אנגעקומען.

היינט זענען באריכטעט געווארן אזויפיל ווי איבער פיר מיליאן פרישע אנגעשטעקטע קאראנע פאציענטן, און 4000 טויטע ה"י.

ווי שוין באריכטעט, ווערט דער פרעמיער-מיניסטער, 'נארינדרא מאודי', אראפגעריסן פאר זיין שלאבערישע ווערטשאפט דורכאויס די קאראנע ווירוס, און זיין זיג דעקלעראציע מיט עטליכע חדשים צוריק איבער די קאראנע ווירוס.

די אקסעדזשין פראבלעם אין אינדיע ווערט אלס ערגער, און וועלט-לענדער שיקן אהין מאסן פון די לעבנ'ס-וויכטיגע סופלייען.

די שפיטעלער זעען אויס ווי לוי' הייזער. מענטשן זיצן אויף דער ערד, און קלאגן נאך טויטע וואס זענען נארוואס אומגעקומען אין שפיטאל, ווען אין די שפיטעלער שטארבן מענטשן איינער נאכן צווייטן. איבער די בעטן ציען זיך פראוויזארישע פייפס, ווען פון אינעווייניג באבלט עפעס, און א פארע קומט ארויס, ויקרא שמו אקסעדזשין.

אין איין ווארט, די מצב אין אינדיע איז גאר ביטער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל