24 מענטשן אומגעקומען אין בראזיל פאליציי-פארברעכער שיסעריי

24 מענטשן זענען אומגעקומען אין די הויפט-שטאט פון בראזיל, 'ריא דזשעי דינעראו', ווען פאליציי איז געקומען ארעסטירן צענדליגע דראג-פארברעכער.

די געשלעג צווישן די פאליציי און די פארברעכער, האט אויסגעבראכן ווען די פאליציי איז אנגעקומען, דערנאך וואס זיי האבן ערהאלטן אינפארמאציע אז א דראג באנדע רעקרוטירט קינדער פאר זייערע דראג אקטיוויטעטן.

די אינצידענט איז פארגעקומען אין די סלאמס פון שטאט, וואו ס'וואוינען די ארעמע שיכט פון די הויפט-שטאט.

העליקאפטערס זענען געפלויגן פון אויבן, און פאליצייאישע און מיליטערישע טראקס זענען געפארן אויף די שאסייען ארום, און באוואכט דעם אבלאווע.

פון בילדער גענומען דורך נייעס-העליקאפטערס, זעט מען וויאזוי באנדע מיטגלידער פראבירן צו אנטלויפן דורכן איבערשפרינגען צוימען, און גייען פון איין דאך צום צווייטן.

די אבלאווע אין די שיסעריי אויסטויש צווישן די צוויי זייטן האט אומגעברענגט 24 פון די דראג-באנדע, און איין פאליציאנט.

אבלאוועס אין בראזיל האט אן היסטאריע פון זיך דערקייקלען צו א מצב וואו די פאליציי און די פארברעכער ווערן פארמישט אין שיסעריי-אויסטוישן, וואס ווי פארשטענליך זענען די פאליציי די וואס האבן אן אויבערהאנט, און טאקע דערפאר זענען דא מער פארברעכער ווי פאליציאנטן וואס ווערן גע'הרג'עט.

די אזוי-גערופענע מענטשן-רעכט גרופעס, האבן אויפגעהויבן א וויי-געשריי איבער די גרויסע צאל פאטאליטעטן אין די אבלאווע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל