בראזיליאנער פרעזידענט מיט קאראנע טעאריע

דער בראזיליאנער פרעזידענט, 'דזשאיר באלסענעראו', האט נעכטן געזאגט, אז ס'קען גאר זיין אז די קאראנע ווירוס איז געווען א ביאלאגישע וואפן.

דער בראזיליאנער פרעזידענט איז נישט דער ערשטער ארויסצוקומען מיט דעם געדאנק, אז די ווירוס איז מעגליך א מענטשליך-געמאכטע ווירוס, דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט שוין אויך געהאט געזאגט, אז ער טראכט אז די ווירוס איז צוזאמגעשטעלט געווארן אין די כינעזער לעבראטאריע אין וואהאן-כינע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל