קריג-מיניסטער 'לויד אוסטין': אונז גיימיר נישט אראפשיסן די כינעזער ראקעט

דער אמעריקאנער קריג-מיניסטער, 'לויד אוסטין', איז היינט געפרעגט געווארן ביי א פרעסע קאנפערענץ, אויב די מיליטער ווייסט ווען די ראקעט - וואס פליט אין ספעיס אן קאנטראל - דארף אריינצוקראכן אין דער ערד, און אויב ער זעט עס אלס א געפאר וואס קען שעדיגן מענטשן. אויך איז ער געפרעגט געווארן, אויב אמעריקע האט א פלאן אראפצושיסן דעם ראקעט, אדער עס לאזן אריינקראכן אין די וועלט.

אוסטין האט זיך געגעבן א קליינע צעשמייכל, און דאן געזאגט, אז אמעריקע האט נישט קיינע פלענער אראפצושיסן די ראקעט, וויבאלד לויט אלע עקספערטן איז די שאנסן גאר קליין אז ס'זאל פאלן אויף געגנטער וואס קענען שעדיגן מענטשן אא"וו.

אויף די פראגע אויב אמעריקע האט בכלל די מעגליכקייט אראפצושיסן די ראקעט, האט לויד זיך ווידער צעלאכט, און בלויז געזאגט: "אונז האבן די מעגליכקייט צו טון אסאך זאכן, אבער מיר פלאנירן עס נישט אראפצושיסן לויט די יעצטיגע מצב".


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל