א העכערע איד ביים מנחם אבל זיין

א בילד פיל מיט ווארעמקייט און אידישע ליבשאפט, איז נעכטן פארשפרייט געווארן, וואו מ'זעט האדמו"ר רבי ישעי' יעקב פארטיגאל מ'סקולען, זיצט אין א צימער אין שטוב וואו ס'זיצט שבעה די פאמיליע פון מו"ה ר' שרגי געשטעטנער ע"ה, וואס איז ליידער אומגעקומען אין די מירון'ער טראגעדיע. דער רבי זיצט דארט איינער אליין, בלויז מיטן בחור פונעם נפטר.

דער רבי איז אים מחזק אויף א ווארעמער פארנעם. דער רבי זיצט מיט זיין קאפ געבויגן צום בחור'ל - דער פריש-געווארענער יתום, און געבט אים אידישע ליבשאפט, פאטערליכע בליקן, און פארזיכערט אים אז זיין צוקונפט איז שיינעדיג.

די בילד איז עפעס וואס צייגט וואס הייסט אהבת ישראל אן קיינע חשבונות. דא זיצט א יתום - א קינד פונעם אויבערשטן, זעצט מען זיך אוועק בלויז מיטן קינד, און מ'איז אים מחזק אין זיין שווערע פיין.

ס'איז טאקע זייער שווער צו פארשטיין א יתום, ס'איז זייער שווער צו פארגלעטן אפענע וואונדן, וואס די זאלץ ליגט נאך אויף דעם, און אייטער גיסט זיך פון אלע זייטן, אבער מ'קען קומען מיט א נאסע שמאטע און געשמירעכטס עטוואס צו לינדערן די שווערע שמערצן.

דאס בילד איז פונקט ווי איר זעט אן הצלה-מאן ליגן איבער א מענטש, און מאכט סי.פי.אר. נאר די אונטערשייד איז אז דא איז עס א גרויסער מנהיג, וואס טויזנטער אידן זעען אין אים א קדוש. און דער מענטש וועם ער ראטעוועט איז נישט אין קיין פיזישע פיין, נאר א חשוב'ער בא'חנ'טער בחור, וואס האט נארוואס פארלוירן זיין ליבער טאטע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל