עפעס וואס האט א יאר צוריק אויסגעזען ווי א קאנספיראציע, פון וואס די דעמאקראטן, און אפילו רעפאבליקאנער, אין לאנד, האבן חוזק געמאכט, שיילט זיך אלץ מער ארויס צו זיין א שטארקע מעגליכקייט.
אין די לעצטע וואכן האבן מער און מער אנאליסטן און סייענטיסטן, אנגעהויבן אויסדרייען זייער פריערדיגע מיינונג, אז די ווירוס איז געקומען פון א חיה צו א מענטש, און האבן אנגעהויבן צו אריינקוקן אין מעגליכע באווייזן אז די ווירוס האט ארויסגעליקט פון א לאבראטאריע אין וואהאן-כינע.
וואס איז אבער קלאר אז א יאר צוריק האט מען נישט געהאט די אינפארמאציע וואס מ'האט היינט, און די אלע וואס האבן געשריגן אז ס'איז פון א לאבראטאריע, האבן נישט געהאט קיינע באווייזן דערצו. וואס יא, איז דאס אז פרעזידענט טראמפ האט פאראויסגעשטופט דער געדאנק שוין פון אנהויב די קאראנע ווירוס-אויסברוך. קען זיין אז ער האט געהאט געהיימע שפיאנאזש אינפארמאציע, אז די ווירוס קומט מעגליך פון די לאבראטאריע.
ווי פארשטענדליך זענען רוב פון די מידיע נישט נאכגעגאנגען יענע טעאריע, סיי צוליב די כסדר'דיגע רייבערייען אין וואס זיי זענען געווען מיט טראמפ, און סיי צוליב דעם וואס ער האט נישט געברענגט קיינע באווייזן אויף זיינע באשולדיגונגען, און רוב אנאליסטן און סייענטיסטן זענען געווען ביי די מיינונג אז ס'קומט פון א חיה, און צו באשולדיגן אז ס'קומט פון א לאבראטאריע דארף מען האבן מער באווייזן.
היינט איז געמאלדן געווארן, אז בריטישע שפיאנאזש באאמטע זאגן אז ס'איז שטארק מעגליך אז די ווירוס איז טאקע געקומען פון די לאבראטאריע.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה