אנגעצויגענע סיטואציע ביי די גרעניץ צווישן 'טשאד' און די 'צענטראל אפריקע רעפאבליק'

אן אנגעצויגענע מצב הערשט ביי די גרעניץ צווישן 'טשאד' און דער 'צענטראל אפריקע רעפאבליק', דערנאך וואס 'אפריקען רעפאבליק' זעלנער האבן אריינגעשאסן אין 'טשאד', און אומגעברענגט עטליכע טשאדע זעלנער.

זעקס זעלנער פון די טשאד מיליטער זענען אומגעקומען, און די טשאדע רעגירונג האט באשולדיגט די צענטראל אפריקע מיליטער אין באגיין מלחמה-פאברעכן. דער הויפט פון די מיליטערישע איינהייט אין טשאד האט געזאגט, אז די אינצידענט וועט נישט אריבערגיין אן קיינע רעאקציע.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל