איראנער גענעראל זאגט: אידן צוריקגיין קיין אייראפע

דער פירער פון דער איראנער רעוואלוציע גווארדיע, קודס קרעפטן, 'איסמאאיל גאני', האט היינט אויפגעטרעטן ביי א רעדע פאר די קודס קרעפטן אין טעהעראן, וואו ער האט געשימפט קעגן די איזראעליס, און ווידער באשטעטיגט אז איראן איז פון די גרעסטע געפארן צו מדינת ישראל.

ער האט געשריגן מיטן גאנצן כח אז אידן זאלן צוריקגיין קיין אייראפע אדער אמעריקע. זאגנדיג אז די פאלעסטינער וועלן צוריק אייננעמען די אקופירטע לאנד.

די פרישע כעס פון איראן קומט, דערנאך וואס אין די לעצטע שטיק צייט זענען עטליכע אויפרייסן אין זייערע איינריכטונגען צוגעשריבן געווארן צו מדינת ישראל, וואס האט צוגעזאגט נישט צו דערלאזן איראן אנקומען צו נוקלעארע וואפן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל