דער פרעזידענט האט היינט באזוכט אין די מיליטערישע ארלינגטאן סעמיטערי, וואו ס'ליגן באגראבן די געפאלענע אמעריקאנער זעלנער.
דער פרעזידענט איז אהינגעפארן, אפצוצייכענען די מעמאריעל דעי חאגע, און האט אראפגעלייגט ספעציעלע בלומען, אינאיינעם מיט וויצע-פרעזידענטקע, 'קאמעלע העריס', און נאך פון זיין קאבינעט.
דער פרעזידענט האט אויך אויפגעטרעטן מיט א רעדע אין עהרע פון די געפאלענע זעלנער, וואו ער האט ארומגערעדט איבער אמעריקע'ס שטאנד אין דער וועלט, און אז אמעריקע איז דער פאן טרעגער פון דעמאקראטיע נאר אדאנק די זעלנער וואס האבן זיך געשלאגן דערפאר.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה