דעמאקראטן האלטן אפ א זיג אין טעקסעס

אין א דראמאטישע אקט האבן נעכטן אלע דעמאקראטן אין די סטעיט-סענאט ארויסשפאצירט, הארט בעפאר אן אפשטימונג האט געזאלט אריבערגיין אין די טעקסעס סענאט.

רעפאבליקאנער אין טעקסעס האבן ארויסגעשטעלט גאר שטייפע שטים-רעכטן רעגולאציעס, וואס וועט זיי אן קיין ספק צוהעלפן נישט צו פארלירן דעם רויטן שטאט.

דער ביל שניידט די שעות פון ווען מ'קען שטימען זונטאג, ווען מיליאנען שווארצע מענטשן גייען אין קירכע (די שווארצע זענען מער רעליגיעז, דערפאר האבן זיי א שטארקע אנוועזנהייט אין די זונטאג פריע שטימעס). נאכן פרעפלען פלעגן פילע פון זיי ארויסגיין צו די עירלי-וואוטינג דעסטינאציעס, צו אפגעבן זייערע שטימעס.

ווי אויך האט די ביל געזאלט ענדיגן די מעגליכקייט פון קאר-וואוטינג, וואס הייסט אז ס'איז א דרייוו טרו וואוטינג פראצעדור, ווען דער מענטש איז געבליבן אין זיין קאר, דארט געשטימט, און דערנאך אריינגעלייגט זיין בילעט אין די מאשין.

די פרישע געזעץ האט אויך ערהאלטן אן אפטיילונג וואס ס'פארשווערט צו שטימען דורך די פאסט אא"וו.

דעמאקראטן האבן נעכטן, הארט בעפאר צוועלף אזייגער, ווען די נייע געזעץ האט געזאלט אריבערגיין, זיך אויפגעהויבן אלע אויפאמאל, און ארויסשפאצירט פון זאל, ברענגענדיג די אפשטימונג צו אן אפשטעל.

דער גאווערנער פון טעקסעס, 'גרעג אבאט', האט געזאגט אז די זאך איז ווייט פון פארטיג, און רעפאבליקאנער גייען זיך ווייטער שלאגן צו פארזיכערן די טעקסעס וואלן פראצעדור.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל