מייקל פלין קען באשטיין ס'זאל פאסירן דא אין אמעריקע וואס ס'האט פאסירט אין מיאנמאר

נעכטן ביי א צוזאמקום, וואו ס'האבן זיך פארזאמלט אסאך פון די 'קיו אנאן' גלויביגע, האט דער געוועזענער גענעראל און נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, 'מייקל פלין', געלאזט פאלן שטוינענדע ווערטער.

איינער פון די צוהערער האט מיט אויפרעגונג אים געפרעגט פארוואס דא קען נישט פאסירן די זעלבע וואס ס'האט פאסירט אין מיאנמאר. די פראגע איז באגעגנט געווארן מיט גרויסע אפלאדירונגען פון די פארזאמלטע, און מייקל פלין האט גענומען די מייק אין די האנט צו ענטפערן יענעמ'ס פראגע: "ס'זאל געשען. נישט דא פארוואס נישט. דאס איז גערעכט".

אין אנדערע ווערטער האט א געוועזענער גענעראל צוגעשטימט מיט די מיינונג אז די אמעריקאנער מיליטער דארף איבערנעמען קאנטראל פון די רעגירונג, און ארויסווארפן ביידען פון אמט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל