אמעריקע און איראן אפגעהאלטן אומאפיציעלע געשפרעכן

א דעלעגאציע פון אמעריקאנער דיפלאמאטן, האבן זיך היינט געטראפן מיט באאמטע פון עטליכע לענדער, אריינגערעכנט איראן, צו פארהאנדלען וויאזוי מ'קען צוריק באנייען די נוקלעארע געשפרעכן וואס דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט צעשטערט.

די געשפרעכן זענען געצילט צו זען וויאזוי מ'קען באנייען די אפמאך, און וואס ס'פארלאנגט זיך. די אמעריקאנער דיפלאמאטן האבן קלארגעשטעלט פאר איראן אז אמעריקע גייט נישט אראפנעמען די סאנקציעס וואס איז ארויפגעלייגט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ, נאר אויב איראן גייט זיך פולקאם צושטעלן צו יעדע דעטאל פון די אבאמא נוקלעארע אפמאך.

אמעריקאנער באאמטע האבן באשטעטיגט אז די געשפרעכן זענען צוריק, צו באנייען די נוקלעארע אפמאך, און ווי מ'הערט פון איראנער באאמטע איז די היינטיגע זיצונג געווען גאנץ פראדוקטיוו.

ווי באקאנט האט פרעזידענט טראמפ אפגעשאפן די אמעריקע-איראן אפמאך, וואס דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא האט צושטאנד געברענגט, און טראמפ האט ארויפגעלייגט שווערע סאנקציעס אויף די איראנער, וואס האט א טיפע ווירקונג ביי זיי אין לאנד.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל