די אסטריזאניקע וואקסין ווידער א זארג

צוויי וואכן נאך וואס די אייראפעאישע געזונטהייט-אגענטור האט באשטעטיגט אז די אסטראזאניקע וואקסין איז נישט קיין סכנה פאר מענטשן זיך איינצושפריצן, האט דער פירער פון די אנטי-אינפעקציע אגענטור אין אייראפע געזאגט, אז ס'ווערט אים אלס שווערער נישט צו פארבינדן די בלאד קלאטס וואס זענען באריכטעט געווארן מיט די אסטראזאניקע וואקסין. "ס'ווערט אלס שווערער און שווערער צו זיין זיכער אז די אסטראזאניקע וואקסין'ס האבן נישט קיין פארבינדונג מיט די מאדנע בלאד קלאטס", זאגט ער.

אויך די גרויסע אקספארד אוניווערסיטי האט אפגעשטעלט זייערע פראבעס פון די אסטראזאניקע וואקסין אויף קינדער. זיי זאגן אז ביז ווילאנג די פונקטליכע איינצלהייטן ווערן נישט אויסגעקלארט וועלן זיי נישט ווייטער גיין מיט די פראבעס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל