ריבלין געבט פאר נתניהו די געלעגנהייט צו פארמירן א קאליציע

דער פרעזידענט פון מדינת ישראל, 'ריבלין', האט ענדגילטיג באשלאסן צו געבן פאר נתניהו די ערשטע געלעגנהייט אויפצושטעלן א קאליציע און רעגירונג.

ריבלין וואס האט באמת נישט קיין פאקטישע מאכט, האט אבער די איינע גאר וויכטיגע באשלוס וואס ער דארף באשטעטיגן, ווער ס'זאל פארמירן א רעגירונג, ער דארף אפשאצן ווער ס'האט די מערסטע שאנסן צוזאמצושטעלן א רעגירונג, וואס צו דעם פארלאנגט זיך 61 מאנדאטן.

ריבלין פאר זיך איז גאנץ פעסעמיסטיש אז איינע פון די פארטייען זאלן קענען פארמירן א רעגירונג, אבער דער נאנטסטער צו דעם איז דער אמטירנדער פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו.

ביבי האט יעצט 28 טעג צו פראבירן צוזאמצושטעלן א רעגירונג. אויב די צייט גייט פארביי און נתניהו וועט עס נישט באווייזן, גייט די באשלוס צוריק צו ריבלין, און ער מאכט אפ אויב זאל ער געבן פאר א צווייטן די געלעגנהייט, אדער זאל מען גיין צו פרישע וואלן.

ווי ס'זעט יעצט אויס וועט קיין איינער פון די זייטן נישט באווייזן נאכאמאל צוזאמצושטעלן א רעגירונג.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל