רוסלאנד ארעסטירט צענדליגער נאוואלני שטיצער פארנט פון די טורמע געביידע וואו ער האלט זיך אויף

די רוסישע פאליציי האט נעכטן ארעסטירט צענדליגער פראטעסטירער, וואס זענען אנגעקומען פארנט פון די טורמע געביידע וואו אלעקסיי נאוואלני ווערט געהאלטן.

די פראטעסטירער זענען אנגעקומען צו פארלאנגען פון די רעגירונג אריינצולאזן די דאקטוירים וואס זאלן באהאנדלען נאוואלני.

דער פריוואטער דאקטער פון נאוואלני איז אויך צווישן די ארעסטירטע, דערנאך וואס זי איז אויך אהינגעקומען צו פארלאנגען אז זי וויל אריינגיין אין די טורמע קאמפלעקס אונטערזוכן איר קליענט.

"איך וויל רעדן מיט די אויפזעער פון די טורמע", האט נאוואלני'ס דאקטער געזאגט פאר איינער פון די וועכטער. אויך האט זי געזאגט אז זי האט נישט קיין ברעקל צוטרוי אין די טורמע דאקטוירים צו באהאנדלען נאוואלני.

נאוואלני האט אונטערגענומען א הונגער-סטרייק פאריגע וואך, דערנאך וואס מ'לאזט נישט צו צו אים זיינע דאקטוירים, און זיינע שמערצן ווערן נאר שווערער. א קרעמלין ווארט-זאגער האט רעאגירט אז נאוואלני גייט נישט באקומען קיין אנדערע באהאנדלונג פון וואס יעדער ארעסטאנט באקומט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל