קרוב צו צוויי טויזנט ארעסטאנטן אנטלאפן פון א טורמע אין נייגעריע

אין א דראמאטישע אנטוויקלונג אין נייגעריע, האבן קרוב צו צוויי טויזנט ארעסטאנטן זיך ארויסגעבראכן פון אן ארטיגע טורמע, און אנטלאפן צו זייער פרייהייט.

די געשיכטע האט זיך נעכטן אפגעשפילט אין די אנארכיסטישע נייגעריע, ווען צענדליגע קארס און באסעס זענען אנגעקומען צו די טורמע געביידעס, איבערגעפאלן די וועכטער מיט הייס-געווער, און אויפגעבראכן די טויערן.

שווערע פייער-אויסטוישן האבן אויסגעבראכן, אבער די נייגעריע באאמטע האבן נישט געקענט אפהאלטן די פלייץ פון ארעסטאנטן וואס זענען אנטלאפן פון דארט.

ס'איז נישט באקאנט וועלכע גרופע ס'איז פאראנטווארטליך פאר די אטאקע, אבער דארט אין נייגעריע בוזשעווען צענדליגע שרעקעדיגע עקסטרעמיסטישע גרופעס, וואס קענען האבן אן אינטערעסע אז זייערע קאלעגעס קעמפער זאלן באפרייט ווערן פון די ארטיגע טורמעס.

דער נייגעריער פרעזידענט האט רעאגירט מיט שטארקע אויפברויז, און געזאגט אז מ'דארף די שולדיגע ברענגען צו יוסטיץ.
 
אין אנדערע נייעס אין אפריקע, האבן שווערע שלאכטן אויסגעבראכן אין די טרויעריג-באקאנטע דארפור געגנט, וואו מער פון פופציג מענטשן זענען אומגעקומען פון ארטיגע שלאכטן צווישן קעגנזייטיגע עטנישע גרופעס.

דארפור איז באקאנט מיט איר שרעקליכע פעלקער-מארד וואס איז דארט פארגעקומען, אנגעפירט דורך דער ארטיגער געוועזענער פרעזידענט אומאר על באשיר.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל