סאודי אראביע ערלויבט נאר אימיוניזירטע מענטשן אריינקומען אין מעקא

די סאודישע רעגירונג האט ארויסגעלייגט א מעלדונג, אז בלויז די וואס זענען וואקסינירט, אדער האבן שוין געהאט די ווירוס און זענען אויסגעהיילט געווארן, וועלן ערלויבט ווערן אריינצוקומען קיין מעקא - סאודי אראביע, אפצוהאלטן די ענדע פון די מוסלמענער 'ראמאדאן' חאגע.

מעקא האט געהאלטן זייער שטרענג די קאראנא ווירוס באגרעניצונגען, די געווענליכע רעליגיעזע אקטיוויטעטן זענען נישט ערלויבט געווארן, און ווען מ'האט שוין יא צוגעלאזט רעליגיעזע צערעמאניעס איז עס צוגעגאנגען מיט א שטארקע וואך און זיכערהייט מאסנאמען.

מעקא איז די מערסט-פארהייליגטע שטאט ביי די מוסלמענער באפעלקערונג. זיי זענען באפוילן געווארן אז ווער ס'האט נאר די מעגליכקייט זאל כאטש איינמאל אין לעבן אנקומען קיין מעקא.

ביי די ענדע פון די מוסלמענער חאגע 'ראמאדאן', קומען זיך צוזאם עטליכע מיליאן מענטשן אויף איין פלאץ, און פייערן די ענדע פון די חודש-לאנגע חאגע מיט צערעמאניעס אין יענעם ראיאן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל