דאקטוירים בעטן נאוואלני צו ברעכן זיין הונגער-סטרייק

דאקטוירים פון די רוסישע אפאזיציע פירער, 'אלעקסיי נאוואלני, האבן ארויסגעשטעלט א געמיינזאמע ביטע צו נאוואלני אז ער זאל ברעכן זיין הונגער-סטרייק, וואס ער האלט שוין אן פאר גאנצע צוויי וואכן.

די דאקטוירים זאגן אז ער מוז זאפארט עפעס ארייננעמען אין מויל, וויבאלד ער גייט עס נישט איבערלעבן אויב האלט ער אזוי אן.

דאס קומט דערנאך וואס אלוועלטליכע דרוק האלט אן צו קומען אין ריכטונג פון רוסלאנד. די יו.ען. האט געשטימט אויף א רעזאלוציע, וואס פארלאנגט אז רוסלאנד זאל ארויסלאזן 'אלעקסיי נאוואלני' פון טורמע, און אז זיין ארעסט איז נישט לעגאל.

די רעזאלוציע איז פארגעשטעלט געווארן דורך די פאראייניגטע שטאטן. אזויפיל ווי 200 לענדער האבן געשטימט אינאיינעם מיט אמעריקע, און 24 לענדער האבן געשטימט דערקעגן.
 
דאס קומט א טאג דערנאך וואס ריזיגע פראטעסטן זענען אפגעהאלטן געווארן איבער גאנץ רוסלאנד, צו פראטעסטירן דאס האלטן איינגעשפארט נאוואלני אין טורמע, און די פאקט אז די רעגירונג לאזט נישט זיינע פריוואטע דאקטוירים אים קומען באהאנדלען. פראטעסטירער האבן געשריגן אזאנע סלאגאנען ווי "רוסלאנד אן דער צאר" אא"וו.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל