פאקיסטאנער אויסערן-מיניסטער באזוכט אין איראן

דער פאקיסטאנער אויסערן-מיניסטער האט באזוכט אין איראן, וואו ער האט זיך געטראפן מיט ארטיגע פאליטיקאנטן, אריינגערעכנט פרעזידענט 'חאסאן רוהאני'.

רוהאני האט געלייגט א שטארקע געוויכט אויף די קאפעראציע וואס די צוויי לענדער דארפן האבן, פאר די זיכערהייט פון ביידע, און האט אויך געלייגט דרוק אז פאקיסטאן זאל האלטן ווארט וואס זיי האבן זיך פארפליכטעט צו קויפן פון איראן ענערגיע אא"וו.

די צוויי האבן אויך ארומגערעדט איבער די אנטי-איסלאמישע אויפוואכונג אין געוויסע טיילן פון דער וועלט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל