שפיטאל פייער אין אינדיע לאזט איבער 13 קאראנע-קראנקע טויט

אין א טרויעריגע פאסירונג זענען דרייצן קאראנע פאציענטן אומגעקומען אין אינדיע, דערנאך וואס חלקים פון א שפיטאל איז ארויף אין פלאמען.

די אינצידענט האט פאסירט אין די דרום-מערב שטאט, 'מאראשטא', נישט ווייט פון די גרויסע שטאט 'מומביי'. ווען א פייער האט דורכגעריסן די שפיטאל, און אריינגעווארפן די קראנקע פאציענטן אין היסטעריע. צענדליגער זענען צוזאמגעפאלן פאר שרעק.

די פאציענטן זענען אריבערגעפירט געווארן צו שפיטעלער אין די ארומיגע געגנטער, וואו זיי באקומען ווייטערדיגע באהאנדלונגען.

די פאסירונג קומט צוויי טעג נאך וואס אן אנדערע אינצידענט אין אינדיע האט אומגעברענגט 24 קאראנע ווירוס פאציענטן. געווען איז עס ווען א גרויסע אקסעדזשין טאנק - וואס ווערט געהאלטן אין די הויף פון דער שפיטאל - האט אויפגעריסן, און 24 קאראנע פאציענטן, וואס זענען געווען אגעוויזן אויף די לופט צום אטעמען, זענען אויסגעגאנגען.

אינדיע איז אינדערמיט פון א שרעקליכע קאראנע אויפשטייג, וואס לאזט איבער שטעט פאראליזירט, און ארטיגע פאליטיקאנטן זענען פארלוירן פון די סיטואציע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל