אנגעצויגנקייט ביי די רוסלאנד-אוקריינע געגנט לאזט נאך

פון מזרח-אייראפע הערט מען, אז די אנגעצויגנקייט ביי די אוקריינע-רוסישע גרעניץ האט נאכגעלאזט, דערנאך וואס דער רוסישער פרעזידענט, 'וולאדאמיר פוטין', האט פארארדנט די הונדערט און צוואנציג טויזנט סאלדאטן זיך צוריקצוקערן צו זייערע באזעס (עטליכע טעג צוריק האבן מיר געשריבן וועגן די נייעס אין מזרח-אוקריינע, און מיר האבן בטעות באריכטעט אז ס'זענען דארט סטאנציאנירט 150 טויזנט זעלנער. מיר ווילן זיך אנטשולדיגן פאר די אומריכטיגע נומער וואס מיר האבן געשריבן).

דער הויפט-גענעראל פון רוסלאנד זאגט, אז דאס קומט דערנאך וואס זיי האבן דורכגעפירט א סוקסעספולער אינספעקציע אויף די מיליטער וואס איז סטאנציאנירט יענע זייט פון רוסלאנד, און די מיסיע איז אריבער ערפאלגרייך.

די אויסרייד וואס רוסלאנד זאגט, ווערט אוועקגעמאכט דורך עקספערטן, און ס'לאזט זיך מער גלייבן אז די צוריקקער פון די רוסישע זעלנער צו זייערע באזעס, איז א דירעקטער רעזולטאט פון די שטארקע דרוק וואס רוסלאנד האט באקומען אין די לעצטע וואכן פון די מערב-וועלט.

אויך האט רוסלאנד ארעסטירט א בירגער פון די קריימיע האלב-אינזל, ווי זיי באשולדיגן אים אין איבערגעבן געהיימע אינפארמאציע, איבער רוסישע געהיימע מיליטערישע מיסיעס, פאר די אוקריינע רעגירונג.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל