געוועזענער טראמפ איינגעשטעלטער פארבאטן פון האלטן רעגירונג שטעלע פאר פיר יאר

אן איינגעשטעלטער אין די האוזינג דעפארטמענט, 'לין פעטן', איז פארבאטן געווארן פון צו האלטן א פעדעראלע אפיס פאזיציע פאר פיר יאר, און זי דארף באצאלן א קנס פון 1,000 דאלער.

די יו.עס. ספעשל קאונסיל אפיס האט ארויסגעגעבן א דעקלעראציע, וואו זיי שרייבן אז פעטן האט נישט גוט אויסגענוצט איר פאזיציע, און האט מיט דעם פארלעצט די 'עטש עקט' (וואס פארבאט רעגירונג איינגעשטעלטע צו אויסנוצן זייערע פאזיציעס פאר פריוואטע זאכן).

אלס א חלק פון א ציווילע אפמאך האט פעטין אנערקענט אין אירע פעלערן, און וועט פארבאטן ווערן פון צו האלטן א פעדעראלע פאזיציע פאר פיר יאר.

די באשולדיגונגען זענען אריינגעגעבן געווארן צו די אפיס פון די ספעציעלע אויספארשער, ווען ס'קומט צו עטישע אנגעלעגנהייטן אין די אמעריקאנער רעגירונג.

די באשולדיגונג איז געווען אז פעטין האט אריינגענארט איינוואוינער פון רעגירונג געביידעס אין ניו-יארק, אז זיי זאלן דערציילן וועגן זייערע מיטמאכענישען אונטער די דעבלאזיא אדמיניסטראציע, און וויאזוי ער הערט זיך נישט צו צו די געבעטן פון די ארטיגע איינוואוינער צו מאכן סדר דארט.

נאכן אויפשפילן די רעקארדירונגען האבן עטליכע פון די רעזידענטן זיך אפגערעדט אז זיי זענען אריינגענארט געווארן, און זייער רעקארדירונג איז אויסגעשטעלט געווארן ווי כאילו ס'דארף צו זיין אז די מענטשן אין די ווידיאו זענען טראמפ שטיצער. "די אפמאך איז געווען אז אונז גיימיר פארציילן אונזערע געשיכטעס אין די פאבליק האוזינג, און דאס איז נישט געטון געווארן", זאגט איינער פון די איינוואוינער, א הייסער אבאמא שטיצער.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל