גאנץ א גוטע טאג פאר די פארטיידיגונג פון פאליציי מאן אין דזשאדזש פלויד פרשה

נאכן האבן גאר ציפעדיגע טעג אין געריכט, האט דער פארטיידיגונג לאגער פון דעריק שאלווין געהאט היינט גאנץ א גוטע טאג אין געריכט.

ביז היינט האט מען נישט געהערט קיין שום זאך פון די עדות וואס זאל קענען אנגעבן אפילו א קליינע סיבה פארוואס שאלווין האט זיך באקוועם געמאכט אויף די האלז פון דזשאדזש פלויד. היינט איז געווען דאס ערשטע מאל וואס איינער פון די עדות, אן איינגעשטעלטער אין די פאליציי דעפארטמענט, האט געזאגט: אז ס'זענען שוין געווען אזוינע אינצידענטן וואס די ארעסטירטע האבן געזאגט אז זיי קענען נישט אטעמען אא''וו, אבער אין פאקט איז עס נאר געווען א שפיצל פון זיי צו קענען זיך ארויסדרייען פון פאליצייאישע הענט.

ס'איז זייער שווער צו זאגן אז אט די אויסרייד גייט איבערצייגן די דזשורי'ס נישט צו באשולדיגן שאלווין, אבער ס'איז א קליינע נחמה פאר די פארטיידיגונג וואס איז געקראכן אויף גראדע ווענט ביז היינט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל