קאנגרעסמאן מעט געטס געבעטן א פארדאן פון טראמפ

די ניו-יארק טיימס האט דינסטאג ביינאכט באריכטעט אז זיי האבן גערעדט מיט געוועזענע טראמפ אדמיניסטראציע איינגעשטעלטע, וואס זאגן אז דער פלארידע קאנגרעסמאן, 'מעט געיטס', האט געהאט מיט זיי געשפרעכן איבער א ספעציעלע פארדאן וואס פרעזידענט טראמפ זאל אים שענקען.

געיטס האט געוואלט באקומען א ליידיגע פארדאן, וואס הייסט אז ער ווערט באפרייט פון סיי וועלכע קלאגעס מ'וועט אים נאר אנקלאגן, פון א פאברעך וואס ער איז באגאנגען בעפאר ער האט באקומען די באגנאדיגונג.

די באריכט דערציילט אויך אז געיטס האט געבעטן פארדאנס פאר נאך געוויסע פון זיינע קאלעגעס אין קאנגרעס. ווי די איינגעשטעלטע געבן איבער איז זיין ביטע זאפארט אפגעווארפן געווארן.

די ווייסע הויז איינגעשטעלטע האבן נישט געוויסט פארוואס געיטס איז אונטער אויספארשונג. די באריכט ווייסט אויך נישט אויב דער קאנגרעסמאן האט געוויסט. אבער וואס איז דאן געווען זייער קלאר איז, אז א נאנטער פריינד צום קאנגרעסמאן איז אונטער אויספארשונג, פאר די זעלבע געמיינע אויפפירונג, און די צוויי אויספארשונגען זעט מען יעצט זענען געבינדן.
 
אינטערעסאנט אז געיטס האט טאקע שטארק געפייערט בעפאר די וואלן אז פרעזידענט טראמפ זאל געבן א באגנאדיגונג פאר יעדעם וועם ס'גייט נאר, ווייל די אלע אויספארשונגען זענען לויט אים געווען פארטייאישע כישוף געיעגן.

דער קאנגרעסמאן נוצט אויס די סקאנדאל צו אויפטרייבן גאנץ שיינע סומעס, ווען ער שטעלט זיך ארויס אלס א באטראפענער פון די לינקע געמיינדע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל