ווייסע הויז שליסט אויס די מעגליכקייט פון א פארלאנגטע וואקסין פאספארט

ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר, 'דזשען פסאקי', האט געזאגט אז די ביידען אדמיניסטראציע שליסט אויס די מעגליכקייט פון א פארלאנגטע וואקסין פאספארט, וואס זאל אידענטיפיצירן אויב מ'האט שוין גענומען די קאראנא וואקסין. "ס'איז אמעריקאנער'ס פריוואטע לעבן וואס די רעגירונג קען זיך נישט אריינמישן", זאגט זי.

דאס קומט נאכדעם וואס אין די לעצטע שטיק צייט זענען שמועות ארומגעגאנגען אז דער פרעזידענט גרייט זיך ארויסצוגעבן א פארלאנג אז מ'זאל דארפן האבן א וואקסין פאספארט.

פסאקי זאגט אויך אז פריוואטע ביזנעסער און אינסטיטוציעס קענען אליין אפמאכן וואס זייער שטעלע איז דערוועגן, און אז די ווייסע הויז שטופט גרויסע ביזנעסער און אנדערע אינטערטעינמענט איינריכטונגען צו אונטערנעמען שריט צו פארזיכערן אלע באטייליגטע אין זייערע פארזאמלונגען אא”וו.

היינט אינדערפרי האט דער גאווערנער פון טעקסעס געמאלדן אז ער גייט נישט שטיצן א פארלאנג צו האבן א וואקסין פאספארט. אזוי אויך האט דער גאווערנער פון פלארידע געזאגט די זעלבע פאריגע וואך.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל