רוסישער אויסערן-מיניסטער אין איראן

דער רוסישער אויסערן-מיניסטער, 'סערגעי לעווראוו', איז נעכטן אנגעקומען קיין טעהראן-איראן, וואו ער האט זיך געטראפן מיט די ארטיגע באאמטע.

רעדנדיג פון די בעפארשטייענדע געשפרעכן איבער די איראנער נוקלעארע פראגראם, וואס רוסלאנד איז א חלק דערפון, האט לעווראוו געזאגט: "ווי איך פארשטיי, אונזערע פריינד אין טעהראן זענען גרייט זיך צו רוקן פאראויס איבער דעם טעמע".

די באזוך איז שוין געווען באשטימט פון פריער, אבער ס'איז צוויי טעג דערנאך וואס איראן איז געקומען אונטער א קאסטבארע און סוקסעספולע אטאקע, אויף וואס די ניו-יארק טיימס שרייבט, אז דאס האט זיי צוריקגעווארפן מיט א שיינע פאר חדשים פון אנצוקומען צו עררייכן נוקלעארע וואפן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל