וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע קעגן פארקויפן לעבעדיגע חיות

די פארזיצער פון די וועלט געזונטהייט-ארגאניזאציע, מער באקאנט אלס די WHO, האט געבעטן לענדער צו פארבאטן דאס פארקויף פון לעבעדיגע חיות אין די עסן-מארקעטס. די ארגאניזאציע זאגט אז די לעבעדיגע חיות וואס מ'פארקויפט אין די עסן-מארקעטס זענען שולדיג אויף זיבעציג פראצענט פון אינפעקציע דעזיזעס, און ברענגט אן שרעקליכע רעזולטאטן פאר די וועלט'ס עקזיסטענץ.

זיי זאגן אז די ווארענונג קומט צו ברענגען א רעדוקציע פון שעדליכע ווירוסן און אויסברוכן, וואס די חיות ברענגען מיט זיך.

ווי באקאנט איז לויט די אנגענומענע ווערסיע, די קאראנע ווירוס געקומען פון א גרויסע חיות-מארקעט אין די שטאט וואהאן אין כינע. ווען מ'רעדט פון א חיות עסן-מארקעט אין יענע לענדער, רעדט זיך עס נישט פון עפעס א קליין געוועלבל מיט עטליכע סארטן קריכעדיגע. די חיות-מארקעטס אין מזרח-אזיע און אין אפריקע פארקויפן טויזנטער חיות, וואס זענען געכאפט געווארן דורך די לאקאלע איינוואוינער. געוויסע פארקויפן זיי לעבעדיג, אנדערע פארקויפן זיי ווען ס'איז שוין דער'הרג'עט און צוגעגרייט געווארן דורך זייערע פרימיטיווע אופנים.

אין די אפריקאנער חיות-מארקעטס קען מען קויפן פון שלענג ביז הייאינע קעפ, פון ספיידערס ביז בעבון מאנקי פלייש אא"וו. אויך אין כינע און אין די ארומיגע לענדער קען מען קויפן לעבעדיגע קריכעדיגע באשעפענישן, ווי פלעדער-מויזן און ליזערטס, פרעש און קאקעראטשן, וואס די ארטיגע איינוואוינער עסן לעבעדיגערהייט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל