פיליפינער פרעזידענט געזען געווארן אין פאבליק

דער פיליפינער פרעזידענט,'ראדריגא דוטארטעי', איז געזען געווארן אין פאבליק דאס ערשטע מאל נאך עטליכע וואכן.

דוטארטעי איז שוין נישט געזען געווארן פאר צוויי וואכן, און זיין אפוועזנהייט האט ארויסגערופן פארדאכטן איבער זיין געזונט-צושטאנד.

נעכטן האבן די אליאירטע פון דוטארטעי ארויסגעשטעלט בילדער וויאזוי דער פרעזידענט גייט אויף א שפאציר, און דרייווט ארום א מאטאר-ביציקל. די אלע בילדער האבן נישט אפגעשטעלט די שמועות וואס דרייען זיך ארום אין לאנד. פיליפינער איינוואוינער האבן זיך גענומען צו די סאציאלע מידיע, און זיי האבן געמאכט דאס גענאר פון דוטארטעי צוזאמשטעלנדיג און פארדרייענדיג די בילדער.

דוטארטעי האט געגעבן זיין וועכטנליכע אויפטריט, וואו ער האט אוועקגעמאכט די באריכטן אלס א שמוץ קאמפיין קעגן אים, און האט אראפגעריסן איינער פון זיין אפאנענטס וואס זיצט שוין אפ אין טורמע פאר דריי יאר.

סקעפטיקער האבן געבעטן פון זיין אדמיניסטראציע ארויסצוגעבן די מעדיקל-רעקארדס פון דוטארטעי, וואס א ווארט-זאגער פארן פרעזידענט האט אפגעווארפן די ביטע. זיינע קעגנער רייסן אים ארונטער אז ער האט פארלאזט דאס לאנד אין א צייט פון נויט, דערנאך וואס די ארטיגע קאוויד נומערן זענען ארויס פון קאנטראל, און די עקאנאמישע צושטאנד איז אויף די נידריגסטע שטאפלען וואס איז נאר געווען אין לאנגע יארן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל