וולאדאמיר פוטין פארזיכערט זיך מאכט ביז יאר 2036

דער רוסישער פרעזידענט און דיקטאטור, וולאדאמיר פוטין, האט היינט אונטערגעשריבן א געזעץ, וואס ערלויבט אים צו לויפן פאר נאך צוויי טערמינען אלס פרעזידענט פון רוסלאנד.

דאס קומט דערנאך וואס אומבאשטעטיגטע קלאנגען זענען ארומגעגאנגען פאריגע זומער, אז דער רוסישער פירער פלאנירט נישט קיין פרישע פארמעסט פאר די פרעזידענטליכע אמט אין רוסלאנד. נישט קיין סאך מערב וועלט קאמאנטירער און פאליטישע היסטאריקער האבן געגעבן עפעס שאנסן אז פוטין זאל אויפגעבן זיין מאכט פרייוויליג. איין פאליטישער שפעקולירער האט געזאגט: "ער קען דאך בלייבן אין מאכט ווילאנג ער וויל, צו מ'וועלט אים יא אריין צו נישט, אלזא פארוואס זאל איך גלייבן אז דער מאכט הונגעריגער פערזאן גייט אויפגעבן זיין טראן?"

ווי ערווארטעט האט פוטין היינט טאקע זיך גענומען פרישע מאכט, און אויסגעצויגן זיינע מעגליכקייטן ביז אין יאר 2036. אויב וועט ער נאך דאן זיין דער פרעזידענט, וועלן לויט אלע ווארשיינליכקייטן פון די נאך צוויי טערמינען שנעל ווערן נאך טערמינען...

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל