פילע אומגעקומענע ווען מעכטיגע צייקלאן רייסט דורך אינדאניזיע

מער פון הונדערט מענטשן זענען אומגעקומען, ווען א מעכטיגע צייקלאן שטורעם האט דורכגעריסן די מערב טימאר געגנט, און אנגעזייט שרעקליכע חורבנות.

בילדער קומען ארויס פון די באטראפענע געגנטער אין יענע דריטע וועלט לאנד, שאסייען זענען אוועקגעוואשן געווארן. צענדליגער מענטשן פראבירן זיך ארויפצוכאפן אויף אפגעקראכענע טראקטארן און אנדערע אויטאמאבילן, זיך צו ארויסראטעווען פון די פארפלייצטע שטעטליך.

אינדאניזיע איז א טראפישע לאנד, און ווערט יערליך באוואשן מיט גרויסע פארפלייצונגען, אבער די יעצטיגע צושטאנד איז עפעס וואס דאס לאנד זעט נישט אזוי אפט. אויך איז אינדאניזיע א לאנד פון טויזנטער אינזלען, און אין געוויסע געגנטער זענען די זומפן אזוי שווער אז ס'איז א סכנת חיים דארט צו וואוינען.

ווי געזאגט איז אינדאניזיע אין אסאך הינזיכטן א דריטע וועלט-לאנד, וואס באדייט אז די טויט צאל איז ערווארטעט צו שטייגן אין די קומענדיגע טעג.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל