אינדיע קאוויד אנגעשטעקטע שטארק געשטיגן

אינדיע האט היינט רעקארדירט איבער הונדערט טויזנט פרישע אנגעשטעקטע פון די קאראנע ווירוס. די פרישע נומערן איז די העכסטע זינט די ווירוס איז אנגעקומען קיין אינדיע.

בלויז אמעריקע האט איבערגעשטיגן די פרישע נומערן פון אינדיע, און ס'איז ערווארטעט אז די צאל אנגעשטעקטע וועט זיך נאר פארמערן אין די קומענדיגע וואכן.

אינדיע האט איבער א ביליאן איינוואוינער, און צו האלטן דאס גאנצע לאנד אין א ספעציפישער סיטואציע איז זייער שווער. קיינע לאק-דאונס וועלן נישט העלפן אין אזוינע פאשטופטע געגנטער וואו די איינוואוינער ווייסן נישט פון קיין טעכנאלאגיע אא”וו. די דארפס-מענטשן און די איינוואוינער אין די ארעמע שטעט, ווייסן פון איין זאך, דאס איז עסן, וויאזוי צו דורכלעבן דער טאג, א לאק-דאון דארט וועט נישט אנהאלטן פאר זייער לאנג.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל