אנגעצויגנקייט פארשטארקערט אין די דרום כינעזער ים געגנט

די אנגעצויגנקייט וואס הערשט אין די לעצטע עטליכע יאר אין די דרום כינעזער ים געגנט, האט זיך נאר פארשטארקערט אין די לעצטע עטליכע וואכן.

די פיליפינס, איינע פון די לענדער אין יענעם ראיאן, האט ארויסגעלייגט א באשולדיגונג, אז כינע שיקט אלס מער פון זייערע שיפן אין די געגנטער פון געוויסע אינזלען אין יענעם געגנט. "כינע וויל אוועקנעמען נאך אינזלען אויף די דרום כינעזער ים", זאגט דער אויסערן מיניסטער פון די פיליפינס. א ווארטזאגער פאר די כינעזער רעגירונג האט אוועקגעמאכט די באשולדיגונג, און קלארגעשטעלט אז די אנוועזנהייט פון זייערע שיפן זענען א רוטינע זאך, און עס האט גארנישט צוטון מיט אקופירטע אינזלען. אויך האט ער אנגעגעבן אז די כינעזער שיפן זענען דארט צו זען אז אלעס זאל גיין געשמירט, דערנאך וואס שלעכטע וועטערס האבן באטראפן יענעם ראיאן. די פיליפינער האבן רעאגירט, זאגנדיג, אז די וועטערס זענען שוין בארואיגט געווארן, אבער די אנוועזנהייט פון די כינעזער מיליטער איז עפעס נישט אוועקגעגאנגען.

די דרום כינעזער ים פארמאגט מער פון 250 קליינע אינזלען, וואס זענען מערסטנסטייל פאררעכנט אלס אינטערנאציאנאלע טעריטאריע (וואס באדייט אז ס'געהערט נישט צו קיין שום לאנד).

כינע, מיט איר גרויס אפעטיט פאר מער מאכט, האט אין די לעצטע עטליכע יאר אונטערגענומען שריט צו פארכאפן די אינזלען, און שיקן א זענדונג צו די ארומיגע לענדער אז די אינזלען זענען כינעזער טעריטאריע. אבער די ארומיגע לענדער זענען בשום אופן נישט גרייט צו נאכגעבן די כינעזער זייער זעלבסט-דערקלערטע בעלות. שוין עטליכע יאר וואס די לענדער ארום ערלויבן נישט די טעמע אראפצוגיין פון טיש, דערנאך וואס זיי ברענגען ארויף די כינעזער אגרעסיע ביי יעדע געלעגנהייט. אויך דער וועלטס-מאכט, אמעריקע, איז נישט גרייט צו נאכגעבן פאר כינע אנבאלאנגט די אינזלען. אמעריקאנער שיפן רייזן כסדר דורך יענע פונקטן וואו כינע געבט זיך אן אלס בעלי בתים. אויך אנקערט די אמעריקאנער נעיווי מלחמה-שיפן ביי די אינזלען, צו צייגן מאכט פאר די כינעזער, און ארויסווייזן סימפאטיע מיט די ארומיגע לענדער. ווי ס'זעט זיך אויס וועט אמעריקע גיין אויף אלע פראנטן נישט צו ערלויבן כינע צו פארכאפן די אינזלען.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל