אנטי-טעראר ריכטער און זיין פאמיליע אומגעברענגט אין פאקיסטאן

א שרעקליכע מארד איז פארגעקומען אין פאקיסטאן, ווען אן אנטי-טעראר ריכטער און זיין פאמיליע זענען אומגעבראכט געווארן.

דער ריכטער איז געווען אויפן וועג פון א זייטיגע שטעטל, אריין צו די גרויסע שטאט פאשוואר, ווען זיין אויטא איז באפאלן געווארן דורך אומבאקאנטע מענטשן. די פארברעכער האבן געשאסן צענדליגע קוילן אויף זיין קאר, פון וואס ער, זיין ווייב און צוויי זון זענען אומגעקומען.

א פייער אויסטויש איז אנטשטאנען צווישן די זיכערהייט קרעפטן און די שיסער, פון וואס צוויי זעלנער זענען שווער פארוואונדעט געווארן. אויך איז דער דרייווער פונעם ריכטער פארוואונדעט געווארן, ווי אויך איינער פון די טעראריסטן.

דער פאקיסטאנער פרעמיער מיניסטער האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש וואו ער פארדאמט שארף די אטאקע אויף דער ריכטער, און אז די פארברעכער וועלן באצאלן א טייערע פרייז פאר זייער שרעקליכע אקט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל