אלקסיי נאוואלני ענדיגט זיין הונגער סטרייק

אלעקסיי נאוואלני האט געמאלדן, אז ער גייט אפשטעלן זיין הונגער-סטרייק, וואס ער האלט שוין אן עטליכע וואכן, צו פראטעסטירן די פארבאט אויף זיין פריוואטער דאקטער אים צו באזוכן, און אים צו באהאנדלען אין שפיטאל.

אויף נאוואלני'ס טוויטער אקאונט איז געמאלדן געווארן, אז ער גייט צוביסלעך אויפהערן זיין הונגער-סטרייק, וואס גייט געדויערן אזוי לאנג ווי 24 טעג, וויבאלד נאכן נישט עסן אזוי לאנג איז א סכנה צו אנהויבן עסן ווי געווענליך.

נאוואלני פארלאנגט אבער אז מ'זאל צולאזן זיין אייגענעם דאקטער, וואס יענער זאל אים באהאנדלען. ער האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש דורך א 'רויטערס' מאגאזין, וואו ער האט זיך באדאנקט פאר די מיליאנען מענטשן וואס צייגן ארויס סימפאטיע צו זיין שיקזאל, און פראבירן אים צו העלפן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל