שיף מיט אימיגראנטן פון ליביע זינקט אין מיטל-לענדישע ים

אזויפיל ווי 130 אימיגראנטן פון אפריקע, זענען דערטראנקען געווארן, בעת וואס זיי האבן געמאכט זייער וועג אריבער די מיטל-לענדישע ים, אויפן וועג קיין איטאליע.

א רוף איז ארויסגעגאנגען פון די שיף אז זיי נויטיגן זיך אין באלדיגע הילף צו ראטעווען די מענטשן, נאך א זוך-אקציע האט מען אפגעפינען ברוכווארג פון די שיף, ווי אויך פילע טויטע קערפער.

די אימיגראנטן אנטלויפן פון ליביע און פון אנדערע געגנטער אין אפריקע, אריבער צו אייראפע, דורך די איטאליענער בארטענעס, וויבאלד איטאליע איז די נאנטסטע יבשה וואו צו אנקערן.

די אימיגראנטן באצאלן פאר שמוגלער, וואס האבן בלויז זיך אינזין, און פירן אריבער די נעבעכדיגע מענטשן אויף זייער נישט קיין פארזיכערטע און איבערגעפילטע שיפן אא''וו.

פאריגע יאר אליין זענען קרוב צו 400 אימיגראנטן פון אפריקע, אויפן וועג קיין אייראפע, אומגעקומען, דערנאך וואס זייערע שיפן האבן געזינקען אין ים.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל