אינדאניזיע סובמארין שיף אפגעפינען אן קיינע איבערלעבער

אינדאניזיע'ס מיליטערישע הויפט האט געמאלדן, אז זיין לאנד האט אפגעפינען גרויסע שטיקער ברוכווארג פון די סובמארין שיף, וואס האט געזינקען מיט עטליכע טעג צוריק, און אז קיינער פון די 53 מאנשאפט זענען נישט געבליבן ביים לעבן.

פאריגע וואך האט אינדאניזיע געבעטן פון עטליכע לענדער אין יענע געגנט, אז זיי זאלן אזוי גוט זיין און קומען ארויסהעלפן זייער מיליטער צו אפגעפינען די פארלוירענע סובמארין.

נאכן זוכן פאר דריי טעג איז די ברוכווארג, און נאך צענדליגע קערפער, אפגעפינען געווארן, צעבראכן אין דריי שטיקער.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל