שרעקליכע פייער אין קאראנע-שפיטאל אין איראק

א פייער האט דורכגעריסן א קאראנע ווירוס שפיטאל אין באגדאד-איראק, פון וואס וויניגסטנס 82 מענטשן זענען אומגעקומען.

די פייער האט אויסגעבראכן דערנאך וואס אן אקסעדזשין טאנק האט אויפגעריסן, און האט פארכאפט די שפיטאל אין פלאמען.

אויף א רעקארדירונג זעט מען וויאזוי פון א צימער קומט ארויס א שטארקע ליכטיגקייט, און מענטשן פאנגען אן ארויסצולויפן פון די שפיטאל. איינער פון זיי האט געהאט קוראזש, און געכאפט דעם פאציענט וועמענ'ס אקסעדזשין טאנק ס'האט אויפגעריסן, און אים ארויסגעשלעפט פון שפיטאל.

די פייער האט זיך גאר שנעל פארשפרייט איבער די גאנצע שפיטאל, און ביז עטליכע מינוט איז די געביידע שוין געווען איינגעהילט אין פלאמען.

איינער פארציילט דארט אז ער האט פארלוירן זיין טאטע - וואס האט שוין געהאלטן אין די לעצטע פאזעס פון זיך ערהוילן פון די וויירוס. ווי אויך האט יענער פארלוירן זיין ברודער - וואס איז געווען דארט צו באזוכן זיין טאטע, ווען די פלאמען האבן אים אויך פארכאפט.

איראקער מענטשן-רעכט גרופע זאגט, אז די שפיטאל איז נישט געווען אהערגעשטעלט מיט די ריכטיגע פייער זיכערהייט-מאסנאמען, און אז די פייער באאמטע האבן רעאגירט זייער לאנגזאם.

דער איראקער פרעמיער-מיניסטער האט פארארדנט א באלדיגע אויספארשונג, און אויפגעזאגט דעם גאווערנער פון באגדאד, ווי אויך דער הויפט געזונטהייט-באאמטער אין לאנד.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל