מער פון פערציג ראקעטן זענען דורכאויס דעם שבת אריינגעשאסן געווארן קיין מדינת ישראל, דורך טעראריסטן פון עזה.
די ראקעטן אטאקעס קומט אין די זעלבע צייט וואס מדינת ישראל-פאליציי רעאגירט צו שווערע ראיאטן אין ירושלים, וואו אראבער ראיאטירן אויף א פארנעם וואס מ'האט שוין נישט געזען פאר יארן.
דער הויפט פון די מדינת ישראל איי.די.עף. האט געמאלדן, אז ער רופט אפ זיין געפלאנטע באזוך קיין אמעריקע, דערנאך וואס די מצב האט זיך פארערגערט. אויך האט נתניהו גערופן פאר רואיגקייט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה