שווערע ראיאטן האבן אויסגעבראכן אין ירושלים, דערנאך וואס די אראבער זענען שטארק אויפגעברויזט אויף די קאראנע ווירוס זיכערהייט-מאסנאמען, דורכאויס זייער ראמאדאן חאגע, וואס האלט אן פאר א חודש.
די פראטעסטירער האבן אונטערגעצינדן מיסט-קאסטענעס און אנדערע אביעקטן, און די פאליציי האט געשפריצט די ספעציעלע וואסער צו פארטרייבן די פראטעסטירער. אויך האבן די פראטעסטן פון שטארק-רעכטע גרופעס נישט צוגעגעבן צו די מצב, און האט נאכמער אויפגעפלאקערט די ראיאטן.
די אראבער האבן צעבראכן זיכערהייט-קעמערעס, און געשעדיגט אנדערע ווערטפולע חפצים. געווארפן שטיינער און פייער-ווארקס אויף די פאליציי.
דער אמעריקאנער סטעיט-דעפארטמענט האט גערופן פאר רואיגקייט אין ירושלים.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה