ווי ס'איז געווען ערווארטעט, האט פרעזידענט ביידען, דעם שבת, אפיציעל אנערקענט אז די שחיטות אויף די ארמעניער פאלק, בשעת די צווייטע וועלט-מלחמה, איז געווען א פעלקער-מארד, וואס די אטאמאנישע טערקישע קעניגרייך האט דורכגעפירט.
אין א לאנגע דעקלעראציע ברענגט דער פרעזידענט ארויס די ברוטאלע מארדן וואס זענען דאן פארגעקומען, און וויאזוי די טערקישע מלוכה האט געוואלט אומברענגען א גאנצע פאלק, בלויז ווייל זיי זענען א פאלק.
ביידען ווערט מיט דעם דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט צו אפיציעל אנערקענען אין די שרעקליכע אקט, און מיט דעם אויסגעפירט איינע פון זיינע קאמפיין צוזאגן.
דער טערקישער אויסערן-מיניסטער האט שארף רעאגירט, און האט גערופן די אמעריקאנער אמבאסאדע צו טערקיי, אריבערצוקומען און פארשטיין געבן די דעקלעראציע פון פרעזידענט ביידען.
אין אן אינטערעסאנטע שריט האט טערקיי היינט אפיציעל אנערקענט אז די אינדיע מארדן אין אמעריקע, אין די יארן נאך וואס מ'האט אנטדעקט די נייע וועלט, איז געווען א פעלקער-מארד.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה