עף.בי.איי. באאמטע האבן געמאלדן אז זיי עפענען אן אויספארשונג, צו דערגיין פארוואס דער פאליציי-אפיציר האט געשאסן אויף 'ענדראו בראון', און אים אומגעברענגט.
די אדוואקאטן פון די בראון פאמיליע האבן היינט פארעפנטליכט די רעזולטאטן פון זייער פריוואטער אויספארשער וואס זיי האבן אויפגענומען, צו דערגיין אין וועלכע אומשטענדן בראון איז געשטארבן.
דער פריוואטער אויספארשער, וואס ספעציאליזירט זיך אין דערגיין וויאזוי מענטשן זענען אומגעקומען, זאגט אז בראון איז דערשאסן געווארן פינף מאל, און די פאטאלע קויל האט ער אריינגעכאפט אין זיין האלז, העכער די רוקן, וואס דאס מיינט אז ער איז דאן געווען מיט די פנים אין די אנדערע ריכטונג פון דער שיסער.
די פאמיליע האט נעכטן באקומען ערלויבעניש צו זען א קליין חלק וויאזוי די פאליציי שיסט אויף בראון. נאך עטליכע טעג פון שטארקע דרוק, האבן די פאליציי-באאמטע ערלויבט פאר די פאמיליע צו זען בלויז צוואנציג סעקונדעס פון די באדי קעמרעס, און דארט זעט מען נישט וואס ס'האט צוגעברענגט צו די שיסעריי, אבער די פאמיליע זאגט אז מ'זעט וויאזוי בראון שטעלט נישט קיין לעבנס-געפאר פאר די פאליציי-אפיצירן וואס האבן אים געשאסן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה