פרעזידענט ביידען מאכט גרינגער די קאראנע מאסנאמען

פרעזידענט ביידען האט נעכטן געמאלדן, אז מיט די רעקאמענדאציע פון געזונטהייט עקספערטן אין די סי.די.סי. איז ער געקומען צום באשלוס, אז מענטשן וואס האבן זיך שוין וואקסינירט מיט ביידע דאזעס, דארפן מער נישט גיין אנגעטון מיט די מאסק ווען מ'איז נישט אין א פארמאכטע פלאץ. דער פרעזידענט זאגט אבער אויך, אז ווען ס'איז דא א גרויסע מאסע פון מענטשן זאל מען יא אנטון די מאסק.

דער פרעזידענט איז ארויסגעקומען פארנט פון די 'ווייסע הויז', וואו ער האט געזאגט עטליכע קורצע ווערטער, און אויסגעלויבט זיין אדמיניסטראציע'ס צוגאנג וויאזוי זיי האבן באהאנדלט די קאראנע ווירוס פענדעמיע.

דער פרעזידענט איז ארויסגעקומען פון 'ווייסן הויז' מיט א מאסק אויפן געזיכט, אבער ווען ער איז צוריק אריינגעגאנגען און ווייסן הויז - דערנאך וואס ער האט געמאלדן די פרישע רעקאמענדאציע פון די סי.די.סי. - איז דער פרעזידענט צוריקגעגאנגען שוין אן די מאסק.

דער פרעזידענט האט זיך געבעטן ביים פאלק אז זיי זאלן ארויסגיין זיך וואקסינירן, און אזוי ברענגען צו די גענצליכע אפשטעל פון די שרעקליכע ווירוס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל