הארצרייסנדע סצענעס אין אינדיע

שרעקליכע סצענעס ווערן געזען אין די גאסן אין אינדיע, וואו מענטשן גייען אויס אין זייערע קאַרס, און אויף די שאסייען, פארנט פון די שפיטעלער, וויבאלד די שפיטעלער האבן נישט גענוג ארט פאר זיי, ווי אויך איז נישט דא גענוג פון די לעבנ'ס-וויכטיגע מעדיקל סופלייס, ווי אנעסטיזשע אא"וו.

רעקארדירונגען וואס קומען ארויס פון דארט ברענגען צו טרערן, ווען מ'זעט וויאזוי מענטשן גייען אויס, פשוט ווייל זיי האבן נישט קיין לופט צום אטעמען. קרעכצן-געשרייען הערן זיך פון אלע זייטן. טאטעס זיצן אין די ריקשאס (א סארט דריטע-וועלט לאנד אויטא), ווי זיי וואלגערן זיך פאר יסורים, און בעטן פאר עפעס לופט צום אטעמען.

גאנצע רייעס מיט אויטאס זענען אויסגעלייגט פארנט פון די שפיטעלער, ביז ווייט אוועק, וואו מענטשן ווארטן אז זייערע נאנטע - וואס זיצן אויף די פאסאזשיר זיץ - זאל באקומען די באהאנדלונג וואס ער דארף זאפארט. ליידער פילע מאכן עס נישט, צוליב די אויסנאם-אנגעשטרענגטע מצב, און די מאנגל אין אקסעזשין.

"מ'האט מיר פארשיקט פון עטליכע שפיטעלער בעפאר איך בין אנגעקומען צו דעם שפיטאל", זאגט אן איינוואוינער פון די הויפט-שטאט, ניו-דעלהי, פאר א רעפארטער. זיינע אויגן האלב פארמאכט, מ'זעט וויאזוי דאס חיות ווערט מיט יעדע מינוט שוואכער ביי אים. "ער לעבט מער נישט", זאגט א צווייטער דארט אין הויף פון די שפיטאל פאר א דזשורנאליסט, אויף די פראגע אויב זיין פאסאזשיר איז נאך ביים לעבן.

וועלט-לענדער, אין שפיץ פון אמעריקע, האבן אין די לעצטע טעג ארויסגעשיקט הילף קיין אינדיע, ארויסצוהעלפן מיט די סיטואציע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל