בראנדי לאזט ארויס טויזנטער ארעסטאנטן

אין דער אפריקאנער לאנד בראנדי, האט די רעגירונג ארויסגעלאזט טויזנטער ארעסטאנטן, דערנאך וואס די ארטיגע טורמעס זענען איבערגעפילט, און האט נישט די מעגליכקייט צו קענען אויפהאלטן אזויפיל מענטשן אין זיך.

אזויפיל ווי דריי טויזנט ארעסטאנטן זענען אהיימגעשיקט געווארן, און פון נאך צוויי טויזנט ארעסטאנטן וועלן זייערע אורטיילן געשניטן ווערן.

דער פרעזידענט פון בראנדי האט ארויסגעגעבן די פארדאן, אבער האט געווארנט אז די קרימינאלע ראטע אין לאנד קען ווידער ארויפגיין. ער האט געבעטן די באפרייטע ארעסטאנטן זיך נישט צוריקצוקערן צו א פארברעכערישע לעבן, וויבאלד ס'ווייזט בכלל נישט אויף שטארקייט...


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל