מיאנמאר אנטי-פוטש קרעפטן פארכאפן מיליטערישע באזע

די סיטואציע אין מיאנמאר ווערט מער קאמפליצירט מיט יעדן טאג וואס עס גייט פארביי. היינט הערט מען שוין פון א מיליטערישע באזע וואס איז פארכאפט געווארן, דורך קרעפטן געטריי צו די אנטי-פוטש רעגירונג.

די איבערפאל איז פארגעקומען אין א שטאט ביים גרעניץ מיט טיילאנד, וואס די בילדער וואס זענען פארשפרייט געווארן זענען ארויסגעשיקט געווארן דורך טיילאנדער בירגער.

דאס איז די ערשטע מאל וואס אזא מאסיווער איבערפאל קומט פאר דורך באוואפנטע קרעפטן, וואס זענען קעגן די פוטש אנפירער.

די אנטי-פוטש זעלנער זענען צוזאמגעשטעלט פון עטליכע גרופעס, און זיי גייען אריבער פראפעסיאנאלע טרענירונג אין באהאלטענע געגנטער, אין די געדעכטע וועלט אין מיאנמאר, פון וואס ס'איז דא דארט בשפע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל