אטאקע אויף אנטי-פאנגער הויפטקווארטיר אין אפריקע

עטליכע מענטשן זענען פארשווינדן געווארן דורכאויס אן אטאקע אויף אן אנטי-פאנגער הויפטקווארטיר, וואס איז פארגעקומען אין די אפריקאנער לענדל 'באקינע פאסא'.

די אטאקע איז אויסגעפירט געווארן דורך אן אומבאקאנטע גרופע, וואס האבן געשטורעמט די גרופע באאמטע, וואס האבן זיך געגרייט ארויסצוגיין אין די לאקאלע וועלדער צו פאטראלירן די נאטורליכע באשאף פון פאנגער.

צוויי פון די פארשווינדענע זענען פון שפאניע, און איינער פון אירלאנד, וואס זענען געקומען אהין, צו העלפן מיט די אפעראציעס אין די באקינא פאסא וועלדער.

אפריקע מוטשעט זיך שטארק צו אפהאלטן פאנגער פון קומען הרג'ענען די ארטיגע זעלטענע באשעפענישן, און אין געוויסע לענדער זענען אפילו די וועכטער - אין די נאטור-אפגעהיטענע וועלדער - ערלויבט צו שיסן אויף פאנגער וואס הרג'ענען די ארטיגע זעלטענע חיות, צו קענען אהיימנעמען פאר אן אנדענק, אדער פאר די טייערע ביינער, אזויווי דער עלעפאנט-ביין, און די גרויסע הארן פון די ריינא, וואס פארקויפט זיך פאר הונדערטער טויזנטער דאלאר א שטיק.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל