באריס דזשאנסן אונטער שארפע קריטיק

דער בריטישער פרעמיער-מיניסטער, 'באריס דזשאנסן', גייט אין די טעג אריבער א סקאנדאל, דערנאך וואס געוויסע צייטונגען האבן באריכטעט אז ער האט ביי א היציגע שמועס נאך די ערשטע לאק-דאון געזאגט פאר איינער פון זיינע נאנטע: "אז ער גייט ענדערש לאזן טויטע קערפער זיך אנהויפענען אין די טויזנטער, ווי צו איינשטעלן נאך א לאק-דאון".

די אומסענסיטיווע ווערטער איז באריכטעט געווארן דורך די צייטונג 'דעילי מעיל', וואס איז נישט די קראנסטע קוואל פון וועם נאכצוברענגען, אבער איז דערנאך באשטעטיגט געווארן דורך מער פארלעסליכע קוועלער אין ענגלאנד.

ער האט טאקע הייס דערקלערט אז ער גייט נישט פארארדענען נאך א לאק-דאון, אבער ער האט נישט לאנג דערנאך איינגעשטעלט נאך א לאק-דאון, און שפעטער א דריטע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל