פרעזידענט ביידען איז ערווארטעט היינט צו אונטערשרייבן אן עקזעקעטיוו ארדער, וואס וועט העכערן די געהאלט פון פעדעראלע קאנטראקטערס צו 15 דאלער א שעה.
די סענאט האט שוין דורכגעפירט אן אפשטימונג אויב מ'זאל טוישן די מינימום געהאלט אין לאנד, פון $7.25 צו 15 דאלער א שעה. די אפשטימונג איז דורכגעפאלן, דערנאך וואס דעמאקראטישע סענאטארן האבן נישט באוויזן צו איבערצייגן די צוויי סענאטארן 'קריסטע סינאמע' פון אריזאנע, און 'דזשאו מענשין' פון דרום-ווירזשיניע, צו שטימען לטובת דעם ביל.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה