דער צדיק און בעל יסורים איז מער נישט דא

אין מאנסי איז דעם שבת אוועק פון דער וועלט א צדיק נסתר, באהאלטן, טיף איבערגעדעקט מיט ליילעכער, אזוי אז קיינער זאל נישט קענען זען זיין גרויסע צדקות, און ווי שווער ס'קומט אים אן צו טון די הייליגע עבודת התפילה.
 
דער באניא רבי פון מאנסי, הרה''צ הקדוש, מדוכא ביסורים נוראים, רבי מאיר מנשה לייפער זצ"ל, האט פארנט פון זיך, און אונטער זיך, געהאט ליידער מיילן פון יסורים. ענדלאזע שטרעקעס פון שווארצע וואלקענעס האבן באגלייט דעם גוטן איד אויף טריט און שריט. גלייבט מיר, פילע וואלטן זיך צוריקגעלייגט אויף די צווייטע זייט ווען זיי שטייען אויף צופרי און זעען זיך אין אזא מצב ווי ס'איז געווען דער צדיק פון באניא, און נישט זיך צוריקגעלייגט אויף ווידער אויפצושטיין, נאר מיט א דאזע פילן אין די געדערים, וואס וואלט געמאכט אן ענדע צו זייער ביטערע ליידן.
 
'אונז קענען מיר נישט די חשבונות פונעם הייליגן באשעפער'. אט די ווערטער האט דער הייליגער צדיק און אויסגעהארעוועטע גוף פון דער באניא רבי געהאט אין זיך אריינגעפרעגלט. ער האט לעכטיגע טעג זייער זעלטן געזען, אבער פונקט ווי להבדיל די מיליטערישע ברילן, וואס מאכט אז מ'זאל קענען זען לעכטיג אין די טינקל, האט דער רבי אנגעטון די ברילן וואס נאר א אידיש קינד האט, און טאקע נאר אן ערליכער הייליגער איד. ער האט זיך אנגעטון די ברילן פון אמונה בהשם יתברך. דער מצב איז טאקע געווען א טאפיגער טינקל, אבער דורך זיינע הייליגע העכערע ברילן האט ער אין די טינקלקייט געזען לעכטיג...
 
דער רבי איז אראפגעקומען צו די תפילות מיט א מורא'דיגע מסירות נפש, בעת וואס זיין גאנצע קערפער איז געלעכערט ווי א זיפ. ער האט יעדע רגע אין טאג געהאט פאר זיך די שרעקליכע סצענעס וואס מאכן א טאטע האבן די שטארקסטע שטאפל פון צער גידול בנים, אבער ער האט מיט א ליבליכקייט עס גענומען צו זיך, און מקבל געווען די שווערע נסיונות וואס דער טאטע אין הימל האט אים געגעבן. גלייבט מיר אז פאר נישט צופיל מענטשן האט דער באשעפער געגעבן די אבנארמאלע שוועריקייטן וואס ס'איז געקומען אויף דעם ריינעם איד.
 
פון רעכטס און פון לינקס, פון אויבן און פון אונטן, פון צפון און פון דרום, פון מזרח און פון מערב, האט ער געזען יסורים און צער, גייסטישע שוועריקייטן פון די טייערסטע וואס ער האט פארמאגט, און פיזישע שוועריקייטן פון זיין אויסגעפרעגלטע גוף, וואס האט ליידער נישט געוויסט פון קיינע גאנצע גלידער. א צעהאקטע גוף, א צעקנאקטע ארום, אבער א פעלזן-פעסטע אמונה, א דראנג צום באשעפער אין הימל, וואס נאר אן ערליכער איד קען האבן. נאר אן ערליכער איד קען איבערקומען די איינזאמע און פארווארפענע וועלט פון צרות און יסורים, וואס איז ליידער אריבער אויפן אויסגעלייטערטער איד.

טאקע ביי דעם איד איז בכלל נישט קיין חידוש אז מענטשן האבן דארט געזען ישעות אויף א העכערע פארנעם. מענטשן האבן געזען וויאזוי א איד וואס איז ווייטע שטרעקעס, און לאנגע וואסערן טיילן אפ צווישן דער טאג וואס ס'האט עפעס פאסירט צו אים לעכטיג, ביזן היינטיגן טאג, וואס איז א לאנגע קייט פון יסורים און צער. בעת וואס יעדע נאכט טאנצן מענטשן ביי חתונה'ס און אנדערע שמחות, איז ער געזיצן אינדערהיים, אין זיין הייליג הויז, איבערגעדעקט מיט באנדאזשן, אן אומדערטרעגליכע ארום, אבער מיט א ספר פארנט פון זיך, מיט א בליק ארויף צום שמים, וואו ער האט געהאט זיין ריינע מחשבה.

בעת וואס טאטעס זענען געזעצן ביי די הכתרה'ס פון זייערע קינדער, און האבן געשעפט נחת אז זייערע יוצאי חלציו ווערן אויפגענומען אלס מורי הוראה ביי כלל ישראל, איז דער צדיק און קדוש פון באניא געזעצן ביי זיך אינדערהיים, ווען אלע לעקטערס זענען פארלאשן, און נאר די קליינע לעמפל נעבן זיין בעט שיינט שוואך, און ער זיצט איבערגעבויגן מיט א ספר וואס איז זיין טרייסט און חיזוק.

דער צדיק האט נישט געדארפט רייסן פון זיך שטיקער, די גרעסערע מעלה איז אז מ'רייסט פון אויבן, און דאך פארלירט מען נישט די הייליגע ווילן צום באשעפער. ווען מ'רייסט פון זיך שטיקער איז עס דאך אן אייגענע בחירה, אבער ווען מ'רייסט פון איינעם שטיקער פון שמים איז עס נאך א גרעסערע וואונדער אז ער האט די יסורים אויסגעארבעט אז ס'זאל אים נאנטער-ברענגען צו גאט.

דער צדיק האט געלעבט מיטן גרויסן באשעפער, און גארנישט אנדערש האט אים נישט אינטערעסירט. דער וועלט איז ווי געווען פאר אים עפעס פון די פארגאנגענהייט, וואס ער האט געזען פאר זיך איז קודש קודש קודש. דעם הייליגן באשעפער און א וועלט פון רוחניות, ער האט ווי צוגעמאכט דעם טויער צו די ערדישע מציאות, און נאר געזען די הימל און איר גרויסער באשעפער.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז דער צדיק זאל זיין א גוטער בעטער פאר גאנץ כלל ישראל. אזויווי ביים לעבן האט ער איינגעריסן פאר כלל ישראל, זאל ער דארט אויבן אויך אויסבעטן אלעס גוטס פאר כלל ישראל, און בפרט פאר זיין משפחה וועמען ער האט אזוי ליב געהאט. זי"ע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל