געווען איז עס נעכטן פארנאכט, בערך 6:15, ווען געמישטע באריכטן האבן אנגעהויבן צו קורסירן איבער עטליכע פארוואונדעטע, דערנאך וואס איינע פון די פארענטשעס אין מירון זענען צוזאמגעפאלן.
געטראכט האט יעדער אז דאס איז א רוטינער געשעעניש, ווען ס'קומען זיך צוזאם אזויפיל מאסן מענטשן, און ס'איז נאר נאטורליך אז ס'זאלן זיין געציילטע פארוואונדעטע צווישן די הונדערטער טויזנטער. נאך אלעם פאסירן דארט יערליך צענדליגע הצלה-רופן, וואו מ'דארף באהאנדלען פארוואונדעטע מענטשן.
געוואוסט האבן מיר גאנץ ווייניג אז דאסמאל קומט עפעס וואס האט נאכנישט פאסירט זינט די נאצישע שטיוול האט ארויפגעטרעטן אויפן אידישן פאלק. מיר האבן נישט גע'חלומ'ט אין די ווילדסטע געדאנקען אז אין עטליכע שעה ארום גיימיר זאגן ב.ד.ה. 45 מאל, און אויף היימישע אידן מיט וועמען מיר פארברענגען אין בית המדרש טעגליך.
די באריכטן זענען פון אנהויב געווען זייער צעמישט, מ'האט געהערט אז ס'איז אראפגעפאלן א פארענטש, און אז עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן, און אז ווי ס'זעט אויס איז איינער זיכער אומגעקומען. אויך א שרעקליכע צרה, אבער דאך נישט דאס וואס איז נאכגעקומען.
עטליכע מינוט שפעטער האבן די באריכטן אנגעהויבן אריינשפייען אינעם טעלעפאן, אויף א פארנעם וואס ס'געדענקט זיך גאנץ ווייניג.
קודם האבן אונז אין אונזער באקסל ערהאלטן די נייעס גאנץ טריקן און קאלט געשריבן, אבער וואס א מינוט ס'איז אריבער, זענען די באריכטן געקומען מער און מער שטורעמיש און טראגיש. אונזער קארעספאדאנט אין מדינת ישראל, האט זיך גלייך פארבינדן מיט אונז טעלעפאניש, און אונז געזאגט אז די מצב איז פיל ערגער ווי מענטשן טראכטן. "ס'זענען דא כאטש פופצן טויטע", זאגט ער אונז. ווי פארשטענדליך זענען מיר געווארן ווי פארשטיינערט, וואו הייבט מען אן צו באריכטן אזא טראגעדיע? הייבט מען אן ביי דעם 15'טער, אדער ביי דער ערשטער? וואס שרייב איך? וואס זאג איך? ס'איז ווייט נישט גרינג איבערצוגעבן אזא הימל-שפאלטנדע שילדערונג.
אבער די נייעס האט זיך נישט אפגעשטעלט דא, די נומערן האבן געהאלטן און איין ארויפגיין, און די רעקארדירונגען און בילדער וואס זענען נאכגעקומען האט זיך עפעס געשפירט אזוי אומהיימליך. מ'זעט בחורים מיט היט און רעקל שפאצירן נעבן א רייע טויטע קערפער. אזעלכע סצענעס זענען מיר נאר געוואוינט צו זען ביי א געשלעג אין די סטאן'ס, אדער ביי א סטעמפיד אין סאודי אראביע, אבער ביי אונז אינדערהיים אין מירון, אונזערע ברידער ליגן יעצט דארט ליידער אויסגע'שורה'ט, און ס'איז א געפיל ווי יעדער טויטער איז ליידער בלויז א נומער? די ציפערן זענען אזוי הויך, אז די טראגעדיע איז א סאציאלע, און נישט קיין אינדיווידואלער. ס'איז שווערער ווי וואס מיר קענען באגרייפן, און טאקע דערפאר זענען מענטשן ווי פארשטייפט, דער מוח האט זיך זיינע מהלכים וואס ער טוט ווען ער קען נישט עפעס פארנעמען, ער ווערט ווי פארלייגט און פאר'תמ'ט, שטיל און פארלאשן...
אין די שפעטערע שעות איז קלאר געווארן אז די נומערן שטייגן מיט יעדע פארבייגייענדע באריכט, און אז די נומערן וועלן דערגרייכן צו איבער די פערציג.
מיליטערישע כוחות זענען אויך אריינגערופן געווארן ארויסצוהעלפן עוואקואירן די צענדליגער פארוואונדעטע אידן צו די דערנעבנדיגע שפיטעלער.
אויף די רעקארדירונגען זעט מען א שטארקע צעמישעניש, מענטשן שרייען פון פארלוירנקייט, און שרייען ארויס פון אינעווייניג אין די צעשטופעניש אז זיי קענען נישט אטעמען.
א מענטשן-צוזאמשטויס (סטעמפיד) האט די מעגליכקייט צו אומברענגען הונדערטער מענטשן אין בלויז עטליכע סעקונדעס. די מענטשן ווערן נישט געשעדיגט אויף די דרויסנדיגע טייל פונעם קערפער, וויבאלד מ'כאפט נישט קיין קלאפ נאר מ'ווערט פשוט צעדרוקט ה"י.
(להבדיל אין מעקא - סאודי-אראביע - די פארהייליגסטע שטאט ביי די מוסלעמענער, איז שוין פארגעקומען עטליכע סטעמפידן. די ערגסטע פון זיי אין יאר 2015, ווען קרוב צו 800 מענטשן זענען אומגעקומען ביי א גרויסע צוזאמקום.)
אויף בילדער פונעם ארט וואו ס'איז פארגעקומען די טראגישע אינצידענט, זעט מען וויאזוי שיך און גלעזער, היטן און אנדערע חפצים, פון די צענדליגער מענטשן וואס זענען אומגעקומען, וואלגערן זיך ארום אויף דער ערד. די סצענע האט אויסגעזען ווי א מלחמה זאנע אבער אנע וואפן.
מדינת ישראל פרעמיער-מיניסטער, 'נתניהו', איז היינט אינדערפרי אנגעקומען אויפן סצענע, און ווי ער האט געזאגט פאר רעפארטער איז דאס איינע פון די שווערסטע טראגעדיעס וואס מדינת ישראל האט נאר אמאל בייגעוואוינט.
די אורזאך פונעם טראגעדיע איז אויך נישט קלאר, אבער וואס איז זיכער איז, אז קיינע פארענטשעס זענען נישט צוזאמגעפאלן, אזוי אויך זענען נישט געפאלן קיינע באלקאנען. אויף די רעקארדירונגען זעט מען וויאזוי מענטשן ווערן צעדריקט, דערנאך וואס זיי האבן נישט קיין וועג ארויס פון א קליינע שטח אין די חצר פונעם מערה. מ'זעט דארט נעבעך עטליכע מענטשן ליגן אויף אנדערע מענטשן, אן קיינע צייכענעס פון לעבן, דערנאך זעט מען וויאזוי די פאליציי לאזט נישט די מענטשן ארויסגיין, און די טראגעדיע אנטוויקלט זיך פארנט פון די אויגן ה"י.
ס'איז זייער קלאר אז דא גייען פארקומען אויספארשונגען פון אלע זייטן, אזא טראגעדיע האט נאכנישט פאסירט אין די מדינת ישראל היסטאריע, און דאס גייט נישט אריבערגיין אזוי גלאטיג פאר אלע פון די פאליצייאישע פירערשאפט. דער הויפט-פראקוראר אין מדינת ישראל, 'מאנדלבליט', זאגט, אז ער גייט זאפארט אויפמאכן אן אויספארשונג, צו דערגיין די מעגליכקייט אז ס'איז געווען א פאליצייאישע פעלער וואס האט צוגעברענגט אז אזא טראגעדיע זאל קענען פאסירן.
נעמען הייבן אן ארויסצוקומען, דערנאך וואס די ארטיגע באאמטע האבן אנגעהויבן צו אידענטיפיצירן די אומגעקומענע. ס'איז שווער צו גלייבן אז 44 נעמען פון היימישע אידן גייען יעצט אריינקומען, און יעדער איינער מיט א היימישע צורה, און א געזיכט פיל מיט ערווארטונגען אין לעבן, אבער האבן עס נישט געמאכט אהיים.
בעת וואס איך שרייב די שורות, האבן מיר ערהאלטן א מעסעדזש מיט א בילד פון א חשוב'ער חתן וואס האט געזאלט גיין אונטער די חופה קומענדיגע חודש, אבער איז היינט פארשניטן געווארן, לאזנדיג די חופה שטאנגען ליגן אויף דער ערד ה"י.
די באריכטן זענען נאך יעצט נישט אזוי קלאר, און מיר וועלן זיך אפהאלטן פון שרייבן באריכטן וואס מיר האבן נישט קיינע קראנטע קוועלער.
יעצט ווען מיר שרייבן די שורות זענען שוין באשטעטיגט אזויפיל ווי 45 אומגעקומענע הייליגע אידישע קינדער, וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט אונזער גרויסע רבי, התנא האלוקי, רבי שמעון בר יוחאי זי"ע. אידן וואס זענען אנגעקומען מיט אן אינערליכע נאסטאלגיע צו זיין אין מירון, נאכן נישט קענען אנקומען אהין פאריגע יאר. זיי זענען געקומען צו זיין במחיצת פון דער וואס האט געזאגט אז 'יכול לפטור העולם', ער וואלט געקענט אפ'פטר'ן די גאנצע וועלט פון דין.
מה נורא המקום הזה, עיר וקדיש מן שמיא נחית. אויף די הייליגע ערד, אין דעם הייליגן דאָרף, וואו דער גרויסער צדיק און בעל מקובל רבי חיים בן עטר זי"ע איז ארויפגעקראכן אויף זיינע הענט און פיס, זאגנדיג איבער די גרויסקייט פון הר מירון, אויף דער זעלבער פלאץ זענען יעצט 45 אידישע קינדער, פון די שענסטע און בעסטע, ארויף אויף יענע וועלט, צו זיצן פאקטיש אין די היכל וואו ס'זיצט דער גרויסער תנא הקדוש. זיי זענען געקומען צו זיין ציון, אבער זענען אנגעקומען צו אים אליין בשמים, אין דער טאג וואס ס'הערשט דארט א גרויסע שמחה. זיי זענען ארויפגעגאנגען אנגעטון אין זיידן. אידן וואס האבן געלאכטן מיט א רוחניות'דיגע שיין, אט טאקע זיי, די וואס זענען געווען די שענסטע, אנגעטון מיט הערליכע גייסטישע קליידער, זענען געווען די וואס מ'האט צוגעלאזט צו די שמחה, ווייל זיי זענען אנגעטון וויאזוי ס'באדארף צו זיין אנצוקומען צו אזא הילולא קדישא און צו אזא שמחה.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה